Personligt ombud (jiddisch)

פֿאַר זײ מיט פּסיכישע שװעריקײטן װאָס נײטיקן זיך אין עצות און שטיץ

מיר װענדן אונדז זיך צו אײַך װאָס איז אַ דערװאַקסענע מיט לאַנגװײַליקע פּסיכישע שװעריקײטן און װאָס קענען זיך ניט גוט פֿירן אין דעם טאָג־טעגלעכן לעבן. טאָמער, האָט מען פּסיכישע שװעריקײטן, קען עס זײַן שװער צו געפֿינען דעם בעסטן געזעלשאַפֿטלעכן שטיץ. מיר אַרבעטן צוזאַמען מיט אײַך כּדי צו פֿאַרגרעסערן אײַער אָנטײלנעמעונג און זעלבשטענדיקײט. אין משך פֿון אונדזער ערשטע טרעפֿונג װעלן מיר דורכגיין אײַערע װוּנטשן און באַדערפֿענישן. װען מע האָט באַשטעטיקט אַז איר װעט װידער קריגן קאָנטאַקט מיט אונדז װעלן מיר צוזאַמען אײַנשרײַבן אײַערע צילן, אין אַ פּאַסיקע סבֿיבֿה פֿאַר אײַך. אַ ציל קען למשל זײַן צו געפֿינען אַ שטעלע, קריגן אַ קאָנטאַקט אין דעם געזונט־סעקטאָר אָדער שטיץ און הילף פֿון אַ סאָצאַרבעטער. מיר באָטן אָן אַ צײַט־באַגרענעצט הילף.

דער קאָנטאַקט מיט אונדז איז קאָנפֿידענציעל און מיר פֿאַרצײכענען גאָר ניט פֿון דעם. שטעלן זיך אין פֿאַרבינדונג מיט אונדז איז פֿרײַװיליק. אַ פּערזענלעכער אויפֿפּאַסער איז ניט קײן מלוכיש הילף און קען ניט איבערטוישן אַזאַ מין הילף.

שטעלן זיך אין פֿאַרבינדונג מיט אונדז:

װיִאַ לולע קאָמונעס קונים־צענטער: 0920-453000

בליצפּאָסט: po@lulea.se

Sidan uppdaterades den 15 February 2023